דעם לעצטן זונטיק יעדן חודש טרעפֿן מיר זיך פֿון 15.00 ביז 18.00 אין דרעזדען-נײַשטאָט אין דער "התקווה", פּולסניטצער גאַס, 10. מיר הערן ייִדיש, לײענען, זינגען, טאַנצן. טרינקען קאַווע (אָדער טיי) און איבערצײַגן זיך, אַז "ייִדיש האָט נאָך װײַט נישט געזאָגט דאָס לעצטע וואָרט. עס אַנטהאַלט אוצרות וואָס זענען נאָך נישט אַנטדעקט פֿאַר דער גרויסער וועלט. (...) אין אַ פֿיגוּראַטיװן זין איז ייִדיש דאָס קלוגע און אונטערטעניקרע לשון פֿון אונדז אַלעמען, דער אידיאָם פֿון דער דערשראָקענער און האָפֿנדיקער מענטשהייט", – ווי עס אין י.ב. זינגערס נאָבעלפּרײַזֿֿרעדע געזאָגט געווען.

קומען קען יעדע און יעדער, ווער ס'אינטערעסירט זיך מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. יעדער וואָס האָט שוין עפּעס אַ פֿאָרשטעלונג פֿון ייִדיש, אָדער ווייסט נאָך דערפֿון גאָרנישט. פֿאַר אַלעמען וועט זיך עפּעס געפֿינען, וואָס מען קען מיט זיך אין קאָפּ און אין דער נשמה אַהיים נעמען.

קומט! און נעמט מיט אײַערע פֿרײַנד און באַקענטע, וואָס אָן אײַך וואָלטן זײ אפֿשר ניט געקומען.

!זײַט געזונט און שטאַרק

!שלום

דער ייִדיש-קאַפֿע איז אַ געמײנשאַפֿטלעכע איניציאַטיוו פֿון דעם ייִדישן פֿעסטיוואַל, דער "התקווה", און דער ייִדישער געמיינדע.